לדלג לתוכן

תולדות אהרן

פֿון װיקיפּעדיע
בית הכנסת תולדות אהרן אלטע
תולדות אהרן חסיד מיט בגדי חול

תולדות אהרן איז א ירושלימער חסידות פון איבער 2 טויזנט משפחות וואס איז געגרינדעט געווארן אלס אן אפטיילונג פון די חבורה פון עובדים דורך ר' אהרל'ע ראטה'ס חסידים שמרי אמינים. טייל פון זיי וואוינען אין בית שמש חריש טבריה און אויך האבן זיי שטיבלעך אין לאנדאן, מאנסי, (די רב פין מאנסי הרה"צ ר' אהרן שליט"א איז ווארשיינליך די קימעדיגע רבי כאטש ער איז די צווייטע זין ) וויליאמסבורג און בארא פארק.אין קרית יואל

דער רבי און גרינדער איז געווען רבי אברהם יצחק קאהן בעל ״דברי אמונה״.

היסטאריע

הרב דוד קאהן אדמו"ר תולדות אהרן (הבן)

די חבורה פון שומרי אמונים האט זיך געגרינדעט נאך אין ראמעניע בעפארן קריג. אנפאנג קריג איז ר' אהר'עלע ראטה ארויפגעגאנגען צוזאמען מיט זיינע קינדער און זיין איידעם ר' אברהם יצחק קאהן קיין ארץ ישראל וואו ער האט שוין געהאט א קבוצה און האט זיך דארטן באזעצט. ער איז געווען זייער א שוואכער מענטש אין ז' ניסן תש"ז איז ער צוזאמגעפאלן אינמיטן מאלן די ווייץ אויף פסח אין געליגן שוואך אין בעט. אין סוף נאכט האט ער געבעטן צולייגן די צוואה אונטער זיין קישן און זיין איידעם האט עס אונטערגעלייגט און גלייך דערנאך איז ער אוועק אין יונגן עלטער פין 53 יאר.

אין צוואה איז געשטאנען אז נאר איינער וואס איז אויסגעארבעט זייער שטארק זאל מספיד זיין און קיינע פין די גרויסע תלמידים האבן זיך נישט געפילט ראוי דערפאר. אינמיטן האט זיין איידעם אנגעפאנגען מספיד זיין און די תלמידים האבן באשלאסן אז אזא איינער זאל זיין ממלא מקום און אזוי איז געווען אפאר יאר.

נאך א פאר יאר האט זיין זון אנגעפאנגען אליין פירן אין א זייטיגן שטיבל; האט רבי אברהם יצחק באשלאסן אז ער וויל זיך נישט קריגן און "אלעס" אוועקגעגעבן כדי זיך נישט צי קריגן "אויך די נאמען" און געעפנט א נייעם בית המדרש און א ישיבה מיטן נאמען תולדות אהרן.

מיט די יארן איז ער געווארן פון א ראש חבורה צו א רב פון דער קהילה, און תולדות אהרן איז געווארן מער און מער א חסידות חוץ אפאר זאכן וואס גייען נאך היינט אן אלץ חבורה.

שבת קודש פרשת וירא תשנ"ה האטמען געזען אסאך אינטערסאנטע זאכן אין יענע וואך איז ער אראפגעפאלן אין פארלוירן אסאך בליט אין אריין אין א האלבע קאמא פאר צוויי יאר ביז'ן יום המר והנמר ז"ך כסלו תשנ"ז ווען ער איז נסתלק געוואר לגנזי מרומים

זיין ממלא מקום איז דער היינטיגער רבי, זיין צווייטער זון רבי דוד קאהן.

דער עלטערער זון רבי שמואל יעקב קאהן האט געעפנט פאר זיך א חסידות מיטן נאמען תולדות אברהם יצחק. אין באקימען א בנין פין תולדות אהרן במתנה נאכן פסק בית דין

פרומקייט

תולדות אהרן איז געווען באקאנט אלס זייער פרום און אויסגעשפראכן קעגן סיי וואסארא מאדערנקייט. און ביז היינט ווי למשל לעצטענס האבן זיי געפנט א גאנצע וועד איבער דעם נושה פין עקדעמיע'ס

ווערנדיג געגרינדעט מלכתחילה אלס א חבורה נישט א חסידות האבן זיי שווערע תקנות וואס פאסט פאר בני עליה, וואס איז זייער שטרענג, מען מעג נאר גיין מיטן ירושלימ'ער לבוש. און מען מוז דאווענען יעדן שבת דיקה אינעם בית המדרש הגדול.

יעדעס יאר איז דא א כינוס הגדול וואו מען שרייבט אונטער אויף די תקנות און מען גיט א פדיון נפש וואס דער אלטער רבי האט מתקן געווען אלס מיטגלידערשאפט.

איינער וואס טראגט די מעדאל פון א תולדות אהרן חסיד איז נישט קיין פארגלייך צו טויזנטער גאלדענע מעדאלן אפי' די אגודיסטן ווייסן דאס.

קישורים חיצוניים