לדלג לתוכן

פרשת מקץ

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מקץ)

מקץ (ארויסגעזאגט: מיקייץ) איז די צעהנטע סדרה אין סדר בראשית.

עס זעצט פאָר צו דערציילן די מעשה פון יוסף אין מצרים.

עס געפאלט כמעט שטענדיג אום חנוכה.

אין סקווער איז דא א מנהג זיך צו שערן דייקא לכבוד שבת פרשת מקץ, ווייל אין די סדרה שטייט ווי מ'האט געשוירן יוסף הצדיק.

היות עס פאלט געווענליך אום חנוכה, לייענט מען די ספעציעלע הפטורה פון חנוכה. ווען נישט, לייענט מען פון ספר מלכים קאפיטל א פון פרק ג' פסוק טו ביזן סוף קאפיטל.