לדלג לתוכן

טארף

פֿון װיקיפּעדיע
טאָרף אין סקאטלאנד

טאָרף איז אַן אָרגאַנישע סובסטאַנץ װאָס געפֿינט זיך אין מאָכיגע, זױערע זומפּן. טאָרף אַנשטײט אַזױ: אין זומפּן װאַקסט טאָרף-מאָך (װיסנשאַפֿטלעכער נאָמען: Sphagnum) און צוליב די זױערע סבֿיבֿה װאָס איז אָרעם אין זױערשטאָף װערט ניט אינגאַנצן פֿאַרפֿױלט. די דאָזיגע פֿלאַנצלעכע מאַטעריִ�� װאָס װערט ניט אינגאַנצן פֿאַרפֿױלט הײסט טאָרף. טאָרף האָט אַ װיכטיגע װירטשאַפֿטלעכע באַדײַטונג, װײַל מען באַנוצט עס פֿאַר ברענען, װי נאַפֿט און קױלן.